Citation
לערן און לעבן

Material Information

Title:
לערן און לעבן חודש-זשורנאל פאר ליטעראטור, טעאטער, קונס און קולטור
Added title page title:
Shtentsels heftlekh
Alternate title:
Loshn un lebn hoydesh zshurnal far literatur, teater, kunst un kultur
Added title page title:
Shtentsels Yidish-hefṭlekh
Added title page title:
Yiddish-loshn
Creator:
Stencl, Abraham Nahum, 1897-
שטענצעל, אברהם נחום, 1897-1983
שטנצל, אברהם נחום, 1897-1983
Place of Publication:
לאנדאן
London
Publisher:
נאראדיצקי
נאראדיצקי און זין
Narod Press
Publication Date:
Language:
Yiddish

Subjects

Subjects / Keywords:
Arts, Jewish -- Periodicals ( LCSH )
Yiddish literature -- Periodicals ( LCSH )
ייִדיש ליטעראַטור -- זשורנאל
Yiddish literature -- England -- Periodicals
Jews -- England -- Periodicals
ייִדיש ליטעראַטור -- ענגלאַנד -- זשורנאל
ייד -- ענגלאַנד -- זשורנאל
Genre:
serial ( sobekcm )
Temporal Coverage:
1940 - 1981
Spatial Coverage:
Europe -- United Kingdom -- England -- Greater London -- London -- Tower Hamlets -- Whitechapel
אייראפע -- פאראייניגטע קעניגרייך -- ענגלאנד -- גרויסלאנדאן -- לאנדאן -- טאר האמלעטס -- וייטצ'אפל
Coordinates:
51.5165 x -0.075

Notes

General Note:
VIAF (name authority) : Stencl, Abraham Nahum, 1897- : URI http://viaf.org/viaf/32328696
General Note:
Note: Part of the A.N. Stencl Collection
General Note:
Holdings: Incomplete, chiefly between nos.1-41(1940-43)
General Note:
Publication history: No.1(1940)-485(1981)

Record Information

Source Institution:
SOAS University of London
Holding Location:
SOAS University of London
Rights Management:
SOAS seeks information about copyrights in this title. It is believed that while parts of this title may be in the public domain, some parts are likely protected by copyright until as late as 2040. Issues of this title were published in the United Kingdom under various iterations of copyright law, most protecting works for the life of the author plus 50 years. It is unknown if the title acquired rights from its authors as a condition of publication.
Resource Identifier:
8392977 ( OCLC )
380921 ( ALEPH )
Per 5/181900 ( SOAS classmark )
EB94.28/486951 ( SOAS classmark )

Downloads

This item has the following downloads:


Full Text
ימים כוראים

שנת ה. תש״א. לאנדאן-וױיטשעפל.

א♦ נ♦ שטענצל♦

און
.זײן
עס
פון

ױם הדין

שטײט די גאנצע װעלט צום דין הײנט צו טאג,
געמשפט צו װערן אויף טויט און אויף לעבן;
ס׳צאפלט דאם הארץ פון דער װעלט, אויפגעציטערט,
מיט הכנעה און מיט אזויפיל פארגעבן —

װער קאן דען אפװעגן די זינד פונם מענטש,
אז ער איז אײנגעטונקען אין אזויפיל נויטןי
און װער־א קאן דערפילן די יסורים
פון אײנאײנציקן געפאלענעם טויטןי

און דער שלעכטסטער מײנט ער נישט דאס בעסטעי
און גוטס צו טון — אפילו דער זינדערי
ס׳גײט דער מענטש ארום אויף דער װעלט
מיט אפענע אױגן א באבעלמטער בלינדער!

אלץ װאם ער טוט איז א טאפן נאר מיט הענט,—
און ,װײסט ער דען װוהין ס׳פירן די װעגןי
דאס לעבן אזא צוקנדיק געראנגל,
מיט בלוטיקן מ׳טאר־נישט און מ׳מעגןי

און אז גאט גופא האלט די װאג־שאל אין האנט,
.זײן הארץ צומאל װעט צעריםן איצט װערן —
עס צוקט דאס צינגל אנאויפהער אזוי,
פון אזױפיל בלוט און זידיקע טרערן;

שטײט די גאנצע װעלט צום דין הײנט צו טאג,
געמשפט צו װערן אױף טױט און אױף לעבן!
ס׳צאפלט דאס הארץ פון דער װעלט, אױפגעציטערט,
כביכול אלײן זײן זינד צו פארגעבן--------


טעלברי

1

א ריז אזא אויף ברײטע פיס אװעקגעשטעלט,
מיט א פאר אויפגעהויבענע פלײצעס פעסט און ברײט׳
א מעסער פון יעדער כאלעװע ארויסצוציען!

א געלאדענעם פיסטויל אין יעדער קעשענע גרײטי.

אײנגעהילט אין ברײטן, אין געפאלדעװעטן שינעל,
גאנצע טעג און נעכט צו שטײן אזוי אויף װאךן
איבערן מוטיק־צעשטרעקטן קאפ די עראפלאנען —
בײטשךצעפאכעטע טויבן איבער א טורעם דאךי

די פעלצענע קוטשמע איבער די אויגן אראפגערוקט —
ס׳שטיקן זיך פון די דאקם אינם פלאמיקן רויךי
די געפוצטע קאקארדע, גראד איבער דער נאז,
שטײט די פולע לבנה אין צעניט, אין דער הויך.

איז ער נישט אײנער פון דער קעניגליכער גװארדיע;
אין ציגל־רויטן לײב־ראק מיט די בלינקענדיקע קנעפ?
שמירה שטײט ער בײ די טויערן פון דער טעמזע,
און װען מארשירן — איז איבער לײבער און קעפ!

זאמלען זיך די געםלעך אונטער זײנע פלײצעם
מיט קינד און קײט, מיט די בעבעכעם און מיט שרעק,
און אז זײ הויבן אויף די דערשראקענע בליקן
איז זײער גאנצע מורא אויף אײנמאל אװעק —

פון גאנצענע דורות אנגעדרוקטע מאזאליעם
איז דאס געניטע געבעלק איבער זײערע קעפ;

די אײזערנע סטעמפעס, די געקאװעטע שינעם —
מוסקל־געפלעכט אונטער פײערדיקע האמער־קלעפן

דעם סאלדאטסקע ראניעץ אויף די ברײטע אקסלען
טראגט ער ריזיק דעם געבײ מיט שטאק איבער שטאק 5
די שפײכלערס בײ דער זײט — די קוילן־קעסטלעך ׳. —
אויף פאסעק אזוי ברײט ארומגעגארטלט ארום ראק.

און זאל נאר קומען װער, און זאל נאר װאגן עמעץ,
ער װעט זײנע פעסטע ארעמס געבן א צענעם ----------

יא, ער שטײט דא א װארטנדיקער גולם אזא,
אונטעת^קלעבן^אים "'אונטער צונג מפ הײליקן שם.


11

״א װיסטער בײזער חלוס אויף אלע מײנע שונאימם קעפ״ ■
שװענדזשענדיקע מענדעװיסקעס אין א קרײז ארום
ליגן שװארצע און קראצן זיך אין קרײזל־קעפ,
װערעמלעך בײ א נאשער־קינד אין װי־הײסט־מעס . <

כאפטעס װײסע אונטער גאטיש־געװעלבטע םקלעפ.

ראיענדיקע טאראקאנעם, קריכנדיקע װענצלעך
ארײנצוכאפן זיך װו אין אן אפענעם שפאלט-------

א גאטס־רחמנות נעבעך אויף אונז אלעמען,
װען װי א מגפה אזא אימה אונז איבערפאלט.

רעגן־װערם פון דער ערד ארויס ארויםגעראיעט,
אויפגעפיקט צו װערן פון א פויגלישן דזשוב,
ליגן מיר דא מיט מאן און װײב, מיט קינד און קײט
און מיט געראטעװעטן פון ברענענדיקער שטוב.

יא, װי די הערינגלעך אין די שאכטלעך קאנםערװען,
װי די פעסטלעך מארגערינע צום ביליקן פארקויף,
ארום דא אין די שפײכלערס, אין די פולע סקלאדעס,
אפצולױוערן אויף א בלויסן אן אדרויף---------

מיט זײן בעטגעװאנטל ס׳סופרל דא פון געסל
זיצט זיך אויך דא־ערגעץ אין דעם מענטשן־געמיש,
קראצט עס זיך נעבעך די צעשויבערטע פיאה:
די גענזענע פען געלאזן אין דער הײם אויפן טיש; ...

אין פוכענע קושנס, אין געשליסענע דוכנטלעך,
נישט צו געפינען איז א פעדער אויפצושרײבן אן אות;

און אן א מזוזה אויף טיר, אן א קמיעה אויף האלדז
די סופרטעס שװאך הארץ פאלט אײן פון יעדן שאס.

א שטיקל פארמעט, א געשורהטס, א געװירעטם,
ס׳איז יעדעס פנים — נאר דער שם דעראויף איז נישטא!

א, װאלט ער נאר געהאט איצט זײן גענזענע פען מיט זיך,
איבער אונז ס׳װאלט אריבער אצינד די בײזע שעה----------

ליגן מיר אלע דא מיט װערטער אויף שפיץ־צונג,
יאמערלעך אויפצושרײען מיט זײ יעדע מינוט;

ן^הײליקער שם פאר שטומער, פאר גולמשער צונג

מוז געשריבן װערן מיט שרעק און מיט מענטשלעך זידיק בלוט.


111

שטײט ער אזוי א בלאסער, א נישט אויםגעשלאפענער,
פון א גאנצע נאכט װאבן, אויף באפעל צו זײן גרײט י
צי פון נצחונדיקן הוליען ביז זון־אויפגײ
די קאקארדע װויל־ױנגעריש פארשארט אויף א זײטן

ס׳איז די זון אין מזרח, זיגעריש דורך נעפלען,
שכור מ׳קאן װערן פון אזא װונדערליכן אויפגאנגי
אונטער דער קוטשמע אין די איבערלאפענע אויגן
אזא אײנגעהאלטענער באהאלטענער פארלאנג —

װי װאלט ער זיך אזא זעץ געטון, א צעקװעטש געטון,
א קאזאטשאק אויפגעטאנצט אויף ציטער פון קעפו
נאר איז ער דען נישט אײנער פון זײ, בלוט פון זײער בלוט,
אנגעטון בלויז אינם ראק מיט די גלאנצענדיקע קנעפ.

נישט מיט כשרע געשניצטע, מיט פלעדערװיש פעדער,
אן ארויסגעפליקטע פון א געשאכטענער גאנז,
נישט אויף שטיקל פארמעט, געשורהט און געװירעט
א הײליקער שם — ס׳שרײבט אצינד זיך דער בילאנם:

דרויסן אין די שלאכטן די בעסטע און די שטארקסטע,

און מיר דא אין שרעק און אין עקל — פארװאס און פארװען ?
זי טונקט זיך אין מענטשליכן בלוט, אינם זידיקן,
שטאלענע פליגל פון עראפלאן איז איצט די פען.

פובם לײדיקן געקלאפ פון די שרײב־מאשינעס,
פון קרעדיט און דעביט און פונם מזומענעם געלד,

מיטן רויטן שטריך, מיטן פעטן, פעסט אונטערגעשטראכן,
דער סך־הכל אונטער חשבון װערט איצטער געשטעלט —

ס׳איז רעכן־טאג, אויסגעצאלט ס׳װערט ביז לעצטער פרוטהי
און ״עין תחת עין״ און ״שין תחת שין״-----

א ריז אזא אויף ברײטע פיס אװעקגעשטעלט׳
בײ די טויערן פון דער טעמזע שמירה צו שטײן!

שטײט ער אזוי פנים אל פנים מיט לעבן און טויט׳

צו באשיצן׳ צו באהיטן׳ יעדע רגע זײן גרײט׳—

װי די זון אזוי לויטער איז דאס אײגענע רענדל
און נישט צו צעבײטן װי דאם לעבן פון קינד און קײט —


דער אײביקער ײד

(פךאגמענטן)

א

פון צער ארומגענומען און פון אזא פרײד,
און בײדע נעמען מײן הארץ ארום צוגלײך —
די שפיגלדיקע זון איז מײן פרײד אין מיר,
און איך — דער כסדר יאגנדיקער טײך!

טראג איך זי ארום מיט מיר אומעטום,

און זון־אויפגײ איז אין מיר און פארגײ, /

און אין איר צעשפילטן ליכטיקן אפשײן

פארבלוטיק איך מיט מײן אײביקן װיי. /

און אין טויזענטער שפליטער אין װילדן געדרײ,
אויף מאלנדיקן, אויף יאגנדיקן מיל־ראד,
און אין יעדן עמער װאסער ארױסגעשעפט —
די ארויםגעשעפטע זון איז מיר אזא שאז־!

און פון יעדן פאלנדיקן שטײן אין מיר,

אויפגעציטערט ס׳װערט יעדער טראפן דערפוןז

און ראד־אין־ראד אזוי צערעדערט,

איז יעדעס טראפעלע קרײזנדיקע זון.

און יעדער שטרויכלניש, װאס ליגט אינם װעג,
עס מאכט נאך רוישיקער און שנעלער דעם גאנג,
יעדעם װעלעכל װערט זוניק פארגילדיקט
און גיט ארויס פון זיך אזא לויטערן קלאנג.

ב.

אנוכי תולעת ולא איש חרפת אדם ובזי עם

פונקט װי דער װארעם אויף קרומער װענטקע
פיש מיט אים צו כאפן אין מוטנעם טײך,
ער קורטשעט זיך, ער קרימט זיך, ער דרײט זיך —
צו אזא מין לעבן איז אונזער׳ס איצט גלײךן

מ׳האט אונז אויפגעשטאכן און מיר צאפלען,
ארײנצובײםן אין אונז ס׳איז יעדנם פארלאנג
אױף קרומער װענטקע זײ בלײבן הענגען —
י מיט אונזער לעבנס־צאפל ס׳גײט־אן דער פאנג!

מיט יעדן פריש געכאפטן, מיט יעדן פיש,

נאך מוטנער דער טײך — פון זײן בלוטיקער וװנז־!

נישט די קרומע װענטקע, די געשליפענע,

ס׳איז דער װארעם גאר פון פאנג דער גרונד —


אבער פונקט װי ם׳װאלט די הארטע שטײפע ערד

^ישט געקענט אויפנעמען דעם פרישן פארזײ,

' װען נישט אי^ן אירע טיפע פינסטערנישן

דאס ראיענדיקע פול קרומעניש און פול װײ,

אזוי מיטן ארויסגעגראבענעם װארעם

און מיטן פיש װאס בײסט גיריק אין אים אײן,
איז דאס מוטנעדיקע, זיך מוטשענדיקע,
צו װערן אמאל לויטערדיק נאך און רײן.

×’.

״אדוני הוא אלהיס״
און אז די גאנצע ;װעלט װעט חלילה פאךקומען,
א פארחלשטע אונטער טריט ם׳װעט ליגן-״די ערד,
פארשקלאפט יעדער מענטש, הכנעהדיק יעדעס הארץ
און אלצדינק װאס הײליק, װאס טײער צעשטערט•
אלע פעלקער אין אײגענע זײערע לענדער
צאפלדיקע קעץ אין פינסטערע פארבונדענע זעק,
פון יעדן ערליכן מויל אפגענומען ס׳לשון,
פון איבערפאלענעם פחד, פון אויסטערלישע שרעק?

װעט ער שטײן אלץ אין זײן טלית, אן אײנגעהילטער,
און פון זײן ניכטערן האלז, פון זײן הײזעריקער שטים,
אויפשוידערן ס׳װעט די װעלט, די ערד, ס׳הארץ אין מענש:
״אדוני הוא אלהים, אדוני הוא אלהיםיי״

עס האט אלץ זײן גרענעץ, צו יעדער זאך א גבול,
דאס בײזע און דאס שלעכטע װי אלצדינק האט אן ענד,
װען צוזאמענגעבראכן אין זײנע טיפענישן
דאס אפנהארציקע הארץ איז צום הימל געװענדט —

פון תפיסה, פון דער תליה אראפ װעט ער קומען,

פון אונטער מעסער א פויער, פון אונטער דער ערד,
פון שײטערהויפן, פון צװישן די פלאמען ארויס —
פון יעדן װײאיקן הארץ ארויס פון בענקעניש פארצערטי

ד.

איז דאך גוט אזוי צו גײן דורך דער װעלט,

מיט גערעכט, מיט גוטס, מיט געדאנק און געבענק,
און אלצדינג װאס אין הארץ, װאס אין בלוט
פאר אלע מענטשן צום אײביקן געשענק.

איז דאך גוט אזוי צו גײן דורך לעבן,
געפאר, צער, שײטער־האלץ און שפיז־רוט —


װי װארט יװאם װערט באנײט און פריש געפולט,
אזוי איז דאך הארץ מיט קרײזנדיק בלוט.

נישט אנצוקומען װו, נישט צו דערגרײכן —
אין טיפעניש פון הארצן נאר צו דערגײןן
נישט משיג צו זײן, נישט צו דערגרונטעװען —
אז מענטש מיט מענטש זאל זיך קאנען פארשטײן•
װי פינסטערניש און ליכט, זיך יאגנדיק,
זײ רינגלען ארום אנאויפהער די ערד,
אזוי איז גוטסקײט, אזוי איז שלעכטיקײט,
אײנס דאס אנדערע פארצערט און דערנערט.

א, אז אויסקלינגען אויף אונז, װי אויף פרװו־שטײן,
ס׳מוז דער מענטש מיט זײן פאלשקײט און זײן װאר,
דאס־א איז דאך די אײביקײט און דער געזאנג
געלײטערט אין אונז פון דור צו דור---------

×”.

זײן אײביקע תפילה
אין א װעלט פון שנאה אז איך לעב נאך,
אז ס׳איז נאך דא א סימן פון מײן געבײן, /
פון דײן דערבארעמדיקײט, פון דײן גוטסקײט /
דער באװײז איז דאך דאס שוין אלײן. /

אבער װאס איז שוין צעפלאמטער שײטערהויפן, ׳

פאר דעם הײליקן נאמען אויסצוגײן,
אנטקעגן אײגענעם הארצן, צעפלאקערטן,
אומענדלעך אויפגעלויכטן אין שײן פון דײן שײן.

״ױשט פון מײנע ביטערע יםורים ארוים,
נישט פון מײנע שװערע ענוים און פײן,
פון יענער פרײד װעלכע גײט אויף אין מיר,
דיך דערקענענדיק — טו איך דיך פארשטײן.

נישט מיט מײן נויט, נישט צומאל מיט מײן טויט,—
מיט מײן פרײד װיל איך צו דיר דערגײןן
מיט מײן טראט פון עק װעלט ביז עק װעלט׳
צעבלוטיקט שוין פון יעדן שטרויכל־געשטײן.

און געטרעטן שוין אונטער אלעמענם פים,
איך בין טרויבן־זאפט אין װײן אויסצושטײן,
מיט מײן פולן הארץ פרײדיק צוצעשוימען,
א בעכער, א געפולטער — פאר דיר איבערצוגײן.


* * *

״ותשליך במצלות ים כל חטאותם״
אויפשוימענדיקע כװאליעס אינם שטורעם־װינט,
געטריבן פון א גאט צי גאר פון נישט־גוטן---------

און זײנען :װײניק די װאסערן פונם ים,
אויפגעברויזט מיט אונזערע זידיקע בלוטןי

דא־א און אצינד אינם אפגרונט פונם ־יכג
ס׳מוז די זינד פון דער װעלט פארזונקן וועקןי
נישט אײנגעשטילט דאס שוימען און דאס ברױזך
ביז דאס שלעכטס אינגאנצן ס׳װעט אױפהערן״ /

איז א ליגנט געװען דאס האפן און גלויבן, /

איז עס געװען זיך אלײן נאר אפצונארן? /

דאס װארטן אויף ױשר, אויף גערעכטיקײט, /

אויף מענטשליכע גוטסקײט דאם הארן און גארן? ז

איז א חוזק־געלעכטער בלויז געװעזן,
אין טיפעניש פון הערצער אלע געבעטן?
זע, ס׳טאנצט דער שטן איבער אונזערע קעפ שוין,
און אלץ װאס הײליק פון זײן פוס צעטרעטןי

פון מענטשלעך זידיק בלוט א פארשכורטער,
ס׳גײט זײן טאנץ אלץ עזותדיקער פאשטײער,
ס׳װערט דער שדים־קאראהאד, דער פינסטערער,
איבער דער גאנצער װעלט אלץ ברײטער צעשפרײטער--------------

דא־א און אצינד אינם אפגרונט פונם ים
ס׳מוז דאס בײזע־א פארזונקן דא װערןי
און איז צו װײניק דאם שורגען פון די כװאליעס,
דאס ברויזן אין אונזער בלוט װעט׳ס פארמערן.

פול מיט האפן זײנען אונזערע הערצער,
אפגרונטן טיפע געפולטע מיט גלויבן---------

יא, דאס בײזע און דאס שלעכטע אינם גוטן —
כװאליעס אין א פעלדז צעשפליטערן און צעשטויבןי

בדפוםו של י. נרודיצקי, 131 ־129 רחוב קאװעל, מזרח לונדון.